א רוסישער גענגסטער וועלכער ווערט באשולדיגט אין די טויט פון איבער 60 מענטשן האט באוויזן זיך צו ארויסדרייען פון ווערן געברענגט צו יוסטיץ אין רוסלאנד דורך צייגן א באשטעטיגונג פון א דאקטאר אז ער ליידט פון פחדים צו פליען. דער מערדער אלסאן גאגייעוו (Aslan Gagiev) געפונט זיך אין עסטרייך ווי די רעגירונג און געריכט האבן באשטעטיגט זיין אויסליפערונג קיין רוסלאנד, און ער איז געווען באשטימט צו ווערן אריבערגעפירט קיין רוסלאנד נעכטן, אבער אין די לעצטע מינוט האבן זיינע אדוואקאטן באוויזן עס אפצוהאלטן דורך צייגן באווייזן אז דער פארשוין וואס פארמאגט די שטארקייט צו מארדעווען אומשולדיגע מענטשן האט פחדים צו פליען אין די לופטן. לויט דעם דאקטאר האט ער אנטוויקלט א ״זעלטענע פחד צו פליען״ ווען ער איז געזיצן אין די עסטרייכישע טורמע, עס איז שוין דאס דריטע מאל וואס ער באווייזט זיך צו ארויסדרייען דורך פארשידענע שטיקלעך פון ווען צוריקגעשיקט קיין רוסלאנד ווי עס ווארט אים אפ לעבנסלענגליכע טורמע.

בילד: דער מערדער אלסאן גאגייעוו

בילד: אלסאן גאגייעוו'ס אינטערפאל פראפייל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל