די מאנשאפט פון קאנסטראקשאן אין די פאראייניגטע שטאטן קומט שוין אט-אט צום וויכטיגן ציפער פון זיבן מיליאן, לויט פרישע ציפערן פון לעיבאר דעפארטמענט אין וואשינגטאן.

אין אקטאבער, זאגט די אגענטור, איז צוגעקומען אזויפיל ווי 11 טויזנט נייע דזשאבס אין בוי פראיעקטן איבער'ן לאנד, אנקומענדיג צו א סך הכל פון 6.93 מיליאן דזשאבס.

אין די פארלאפענע 12 מאנאטן זענען צוגעקומען כמעט צוויי הונדערט טויזנט נייע דזשאבס, זאגן די פעדעראלע ציפערן.

די מערסטע וואוקס פון די נייע דזשאבס איז, נאטורליך, געווען אין רעזידענשאל קאנסטראקשאן, מיט איבער זיבן טויזנט נייע דזשאבס אינעם מאנאט.

די נייע ציפערן זענען פאזיטיוו אבער שאצן דאך אונטער די ריכטיגע געברויך פאר גוטע קאנסטראקשאן ארבייטער, זאגן באריכטן, צוליב א מאנגעל אין גוטע קאנדידאטן פאר קאנסטראקשאן דזשאבס.

בילד:קאנסטראקשאן דזשאבס אין אמעריקע גרייכט אט צו 7 מיליאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל