טעהראן – א מאסיווע און זעלטענע ערדציטערניש האט אויפגעטרייסלט איראן שפעט זונטאג ביינאכט, וואס שרייבנדיג די שורות האלט שוין דער ציפער פאטאליטעטן נאענט צו פינף הונדערט, און נאך זיבן טויזנט פארוואונדעטע, הונדערטער זענען נאך דערווייל פארכאפט אונטער דער ברוכווארג, וואס באדייט אז דער ציפער פון די פאטאליטעטן און פארוואונדעטע וועט שטייגן.

דאס ערדציטערניש איז געווען ביי א שטארקייט פון 7.3 אויפן ריכטערוואג, וואס איז דאס שטערקסטע ערדציטערניש צו באטרעפן איראן אין איבער צען יאר. אזוי מאסיוו איז דאס ערדציטערניש געווען, אז ס'האט זיך געשפירט אריין ביז דער איראקער הויפטשטאט באגדאד, און ס'איז אויך געשפירט געווארן אין קואוועיט, קאטאר, טערקיי, די יונייטעד אראב עמירעיטס און מדינת ישראל.

דער צענטער פונעם טרייסל איז געווען אין דער איראנער שטאט האלאבזשא, און ס'האט נאכגעפאלגט ארום פערציג קליינע טרייסלענישן און "עפטער-שאקס", וואס אלעס אינאיינעם זענען צוזאמגעפאלן אזויפיל געביידעס, אז די "רעד קרעסענט" (די אראבישע ווערסיע פונעם "רויטן קרייץ") זאגט אז ס'פעלט זיך אויס צוצושטעלן צייטווייליגע שעלטערס פאר העכער זיבעציג טויזנט איראנער.

בילד: זעלטענע ערדציטערניש אין איראן; נאענט צו 500 פאטאליטעטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל