ניו יארק. - נעכטן אין די מיטאג שטונדן, האט אן ערנסטע אינצידענט פאסירט אינעם סאהאו געגנט אין מאנהעטן, ווען סקעפאלדינג פון א געביידע אונטער קאנסטרוקציע, איז אראפגעפאלן, העכער א גאר פארנומענע סאבוועי אריינגאנג. דער אינצידענט האט פאסירט ביים קאנסטרוקציע ארט אויף בראדוועי ביי פרינץ סטריט, וואו א שטיקל האלץ איז לויז געווארן (אלס רעזולטאט פון שווערע ווינטן, וואס אין די סיטי זענען דאן געווען ווינטן ביי 35 מייל פער שטונדע), און דער שטיק האלץ איז ארויפגעפאלן אויף די סקעפאלדינג, ברענגענדיג אז איינס נאכן צווייטן זענען זיי צוזאמגעפאלן, אראפ אויפן גאס, פול מיט פוסגייער. מענטשן האבן זיך גלייך גענומען צו די ארבעט, ארויסשלעפנדיג די וועלכע זענען געבליבן פארכאפט אונטער די סקעפאלדינג, און צו מזל זענען בלויז 5 פארוואונדעט געווארן, ווערנדיג אפגעפירט צום בעלוויו שפיטאל פאר לייכטע באהאנדלונג.

בילד: 5 פארוואונדעט פון סקעפאלדינג אינצידענט אין מאנהעטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל