א פעינטינג פונעם מייסטער קונסטלער און וויסנשאפליכער לעאנארדא דע ווינטשי איז פארקויפט געווארן פאר די אסטראנאמישע סומע פון 450,312,500$ ביי א עפנטליכע ליציטאציע וועלכע איז פארגעקומען אין פראמינענטע ״קריסטי׳ס״ ליצטאציע הויז אין ניו יארק. דאס בילד איז איינס פון ארום 20 בילדער פון דע ווינטשי וועלכע עקזיסטירט נאך היינט און איז געווען א טייל פון א קאלעקציע פונעם ענגלישן קעניג טשארלס דער ערשטער. דאס בילד איז פארקויפט געווארן אין די 1950גער יארן פאר די נישטיגע סומע פון 50$ און דאן אין 2005 פאר ארום 10,000$ נאכדעם וואס דער פארקויפער און קויפער האבן נישט געוויסט אז דאס איז אן ארגינעלע בילד און געמיינט אז עס האנדלט זיך פון אן אלטער קאפי. דאס בילד איז פון ארום יאר 1500 און די סומע פון באלד א האלבע ביליאן דאלער איז די העכסטע סומע וואס איז סיי ווען באצאלט געווארן פאר א בילד, א סומע פאר וועלכע מען קען זיך איינהאנדלן א לוקסעריעזע דשאמבא פליגער.

בילד: פעינטינג פון בארימטער קונסטלער פארקויפט פאר רעקארד 450 מיליאן דאלער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל