וואשינגטאן – די אמעריקאנער נעווי האט געזאגט אז א מאסיווע זוך אקציע גייט אן, צו טרעפן דריי זעלנער וועלכע זענען פארשוואונדן געווארן אין וואסער, נאכדעם וואס א נעווי פליגער האט אראפגעקראכט. דער נעווי פליגער איז געפלויגן העכער דעם פיליפינער ים נישט ווייט פון די בארטנס מיט יאפאן, אנטיילנעמענדיג אין מיליטערישע איבונגען אינעם ראיאן. דער פליגער איז געווען אויפ'ן וועג צוריק פון א טרענירונג און איז געפארן אין ריכטונג פונעם "יו-עס-עס ראנעלד רעיגען", א ריזיגער עירקרעפט קעריער שיף וועלכע איז געשווימען אין די וואסערן נעבן יאפאן, ווען פלוצלינג האט דער פליגער אראפגעקראכט אין וואסער אריין. אכט פון די וועלכע האבן זיך געפונען אויפן פליגער זענען סוקסעספול ארויסגעראטעוועט געווארן לעבעדיגערהייט פונעם ים און זיי געפינען זיך אין א גוטן צושטאנד, אבער 3 אנדערע זענען דערווייל נאכנישט אפגעפונען געווארן, און די שאנסן אז זיי האבן איבערגעלעבט, ווערט אלס שמאלער.

בילד: 3 זעלנער געזוכט נאך נעווי פליגער קראך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל