פערו – נאך צוויי מאנאטן פון ענדלאזע זוכענישן, האט מען נאך אלץ נישט אפגעפונען דעם מאנטרעאלער איד, וועלכער איז פארשוואונדן געווארן אין די בערג פונעם לאנד פערו. דזשעסי גאלגאנאוו (Jesse Galganov), וועלכער פארמאגט קאנאדישע און אמעריקאנער בירגערשאפט, האט אונטערגענומען א ספעציעלע טוריזם רייזע קיין דרום אמעריקע, האבנדיג אין פלאן צו פארברענגען אין יענע לענדער פאר 8 מאנאטן, אבער גלייך ביים אנהייב פון זיין רייזע, געפינענדיג זיך אינעם ראיאן פון די בערג פון פערו, איז ער פארשוואונדן געווארן. זיינע עלטערן זענען באלד אראפגעפארן קיין פערו, צו העלפן מיט די זוכענישן, אין וועלכע עס האבן זיך אנגעשלאסן פילע וואלונטירן, אינאיינעם מיט די לאקאלע פאליציי. די גאלגאנאוו פאמיליע זאגט אז זיי זענען אין נאכאנאנדער פארבינדונג מיט די אמעריקאנער און קאנאדישע אמבאסאדעס אין פערו, וועלכע האבן פארארדענט א גרופע עף-בי-איי אגענטן אראפצופארן קיין פערו און העלפן זוכן, אבער דערווייל אן ערפאלג. לאקאלע אויטאריטעטן האבן געעפנט א קרימינאלע אויספארשונג, און יוסף'ס עלטערן האבן ארויסגעגעבן א ביטע פאר געלט צו העלפן מיט'ן זוכן און פאר תפילות.

בילד: דזשעסי גאלגאנאוו

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל