סענטראַל–וואַלי. — לויט'ן פּלאַן דאַרף די סטעיט טראַנספּאָרטעישאָן דעפּאַרטמענט (די–אָו–טי) שענקען דעם חודש די קאָנטראַקט איבערצומאַכן רוט– 17 'ס עקזיט– 131 , אָבער די קאָמיוניטי פירער זענען ערשט יעצט געוואויר געוואָרן אַז דער פּלאַן פון די פּראָיעקט האָט זיך געטוישט — און נישט פון די "די–אָו–טי".

"אויב זיי האָבן אַ בעסער געדאַנק, האָבן זיי געזאָלט רופן אַ מיטינג, און אונז דערציילן וועגן דעם", האט זיך באַקלאָגט דער ווילעדזש–אָוו–הערימען מעיאָר סטיוו וועלע, אָנווייזונדיג אַז די קאָמיוניטי איז געווען פאַרמישט אין די פּלאַן–פּראָצעס פאַר מער ווי צען יאָר. "מיר זענען די איינציגסטע וואָס וועלן מוזן לעבן דערמיט, די בוי–אַרבעט קאָשמאַר, און דערנאָך די רעזולטאַט. עס איז זייער ווייטאָגליך אַז זיי זענען נישט געווען מער אָפען".

די אינטערטשעינדזש וואו ראָודס 17 , 6 און 32 קומען זיך צונויף מיט די ניו יאָרק סטעיט טרואוועי, נעמט אַריין "וואודבורי קאַמען" און 2 אנדערע שאַפּינג–סענטערס, דריי סקולס, 2 פּאַרקענד–רייד'ס און איין גאַז–סטאַנציע. "וואודבורי קאַמען" אַליינס ציט 12 מיליאָן באַזכער אַ יאָר.



דאָס איבערמאַכן די עקזיט וועט פאַרבעסערן דעם שטראָם פונעם טרעפיק צווישן די פאַרפּלאָנטערטע רוטס 17 , 32 און 6 און די ניו יאָרק סטעיט טרואוועי דורך בעסערע רעמפּס און צוזאַמענשמעלצונגען. עס נעמט אַריין, אַ פאַרבינדונג פון די סאוט–באונד לעינס אויפ'ן רוט– 32 קעגנאיבער "וואודבורי קאַמען" צו עלימינירן דאָס איינדרייען זיך אויף לינקס אַריבער דעם טרעפיק כדי אָנצוקומען צו די טרואוועי — אַ זאַך וואָס וועט בענעפיטירן די לאָקאַלֹע איינוואוינער, רייזענדע און איינקויפער. אַרום 90 פּראָצענט פון די איינקויפער אין "וואודבורי קאַמען" — וועלכע איז איינס פון די סטעיט'ס גרעסטע סעילס–טעקס שאַפערס — און טוריסטישע ערשטער, נוצן די טרואוועי.

וועלע זאָגט, אַז מיט צוויי וואָכן צוריק איז ער געוואויר געוואָרן איבער די ענדערונג צו "אַן איבערגעדרייטע דיימאָנד" פּלאַן פון אַ פאָרשטייער פון "יאָנקערס קאָנטראַקטינג קאָ." וועלכער איז געווען אונטערזוכן אויפ'ן אָרט דעם ווילעדזש'ס וואַסער פּייפּס.

ווי עס קוקט אויס איז אַ געמייינזאַמע אונטערנעמונג צווישן "יאָנקערס קאָנטראַקטינג" און די אינזשענירונג בוי–פירמע "עיטש–ען–טי–בי", די געווינער פונעם "ביד" אויף די געשאַצטע 115 מיליאָן דאָלער פּלאַן-בויען קאָנטראַקט.

ווילעדזש–אָוו–וואודבורי מעיאָר מייק קוויענען זאָגט, אַז ער האָט געהערט איבער די ענדערונג פאָריגע וואָך פון די נייע אייגענטימער פון די געוועזענע קאַבעלאַ'ס באָדן וואָס ליגט צופיסנס פון עקזיט–131.

"ער האָט געהאַט אַ צייכענונג — איך ווייס נישט פון וואו ער האָט עס באַקומען — וואָס ער האָט גערופן אַ געוויסע סאָרט דיימאָנד און מיר דערציילט ער איז גאַנץ זיכער עס איז געווען דעם קאָנטראַקטאָר'ס פּלאַן", האָט קוויענען געזאגט

דער טאַון–אָוו–וואודבורי סופּערווייזער דעיוויד סוטץ האָט געזאָגט, אַז ער איז געוואויר געוואָרן דערוועגן נאָר ווייל קוויענען האָט געהאַט די העפליכקייט אים צו רופן. "מיין געפיל זאָגט מיר אַז זיי זענען יעצט אין אַן איילעניש צוליב לעגאָלענד און די קאַסינאָ. זיכער, אויב זיי וואָלטן זיך געהאַלטן צו זייער אָריגינעלן פּלאַן, וואָלט עס שוין געווען פאַרטיג ביז איצט", האָט ער געזאגט.

די "די–אָו–טי" האָט אָרגינעל געפּלאַנט אָנצוהייבן די בוי–אַרבעט פון דער ערשטער פאַזע אין 13 ', און די צווייטע אין 17 ', אָבער גאָווערנאָר קואָמאָ האָט פאַרקירעוועט דאָס געלט אין די לעצטע מינוט צו ראָוד און בריק פאַרריכטונגען ערגעץ–אַנדערש אין די סטעיט, און באַשטימט די ערשטע פאַזע אויף 17 '. די פּלוצלונדיגע באַשלוס האָט אָנגעצינדן אַ פייער–שטורעם פון לאָקאַלע פּראָטעסטן. אַמווייניגסטענס יעצט וועט די פּראָיעקט געטאָן ווערן אין איין פאַזע במשך צוויי יאָר.

במשך דעם פאַרגאַנגענעם חודש האָט די "די–אָו–טי" צוריקגעוויזן דירעקט צו קאָמענטירן אויף די אידענטיטעט פון די פירמעס וועלכע האָבן קאָנקוקרירט אויפ'ן קאָנטראַקט, די כאַראַקטער און די פּרייז פון זייערע פאָרשלאַגן און די פּלענער מיטצוטיילן די קאָמיוניטי דערוועגן. די פאַרגאַנגענע וואָך האָט די "די–אָו–טי" ווידעראַמאָל צוריקגעוויזן און ווידערהאָלט איר פריערדיגע דערקלערונג אין אַן אי–מעיל, אַז "די קאָנטראַקט איז נאָך אינמיטן איר פּראָצעס און מיר קוקן פאָראויס עס זאָל פאַרענדיגט ווערן".

אין קאָנטראַסט, האָט די סטעיט געהאַלטן פאַרמישט די פּאָבליק אין יעדע שריט פון דעם פּראָצעס ביים אויסקלויבן די קאָנטראַקטאָר און די פּלאַנירער פון די נייע "טאַפּאַן–זי בריק".

אין רעאַקציע צו אַ פראַגע איבער די ענדערונג, האָט קואָמאָ ערקלערט זייענדיג דאָנערשטאָג אין אַ סאָליווען–קאַונטי, אַז ער האָט נישט קיין דעטאַלן איבער דעם פּראָיעקט און האט געזאגט אַז זיין שטאַב וועט מוזן אונטערזוכן ביי די "די–אָו–טי" דערוועגן.

*

די אָנגעלייגטקייט אויפ'ן רוט– 17 איז נישט קיין פרישע אישו, און אָרענדזש קאַונטי איז שוין עטליכע יאָר פאַרנומען מיט טרעפן עטליכע וועגן דאָס צו פאַרבעסערן. דער פּראָבלעם איז געווען אַז די סטעיט האָט נישט געהאַט דאָס געלט איינצושטעלן אַ דריטן-לעין אויפ'ן שאָסיי, און דאָס אָפּגעשיבט ביז 2017.

מיט אַרום 6-5 יאָר צוריק האָט די סטעיט טראַנספּאָרטעישאָן דעפּאַרטמענט דורכגעפירט איר 1 מיליאָן דאָלערדיגע "רוט– 17 קאָרידאָר שטודיע" — וואָס האָט אַריינגענומען דער 47 –מייל קאָרידאָר צווישן הערימען ביז מאָנטיסעלאָ —וועלכע האָט רעקאָמענדירט אויסצוברייטערן אַ טייל פונעם הייוועי צו זעקס לעינס צו אַקאָמאָדירן די באַפעלקערונג וואוקס און אַנטוויקלונג ביז 45 '. די טרעפיק וואָס האָט שוין איבערגעשטיגן דעם הויכפּונקט אין דרום—מזרח אָרענדזש קאַונטי, איז דערוואַרט פון 30 פּראָצענט ביז 50 פּראָצענט ביז'ן יאָר 45 ', הויפּטזעכליך נעבן גוישען, טשעסטער און מאנראו וואו עס איז שוין יעצט דאָ אַ גרויסע פאַרקער.

די שטודיע האָט געלויטעט אַז מען זאָל אויסברייטערן דעם שאָסיי צו 6 ליניעס דורכאויס 22 מייל אין אָרענדזש קאַונטי, צווישן די ניו יאָרק סטעיט טרואוועי עקסיט 131 אין הערימען און רוט– 17 עקסיט 120 אין מידעלטאַון. דאָס איז אַרויסגעקומען אַלס דער בעסטער פון דריי אַנדערע פּאָטענציעלע פּלענער צו לעזן די טרעפיק אָנגעלייגקייט, און די אויסברייטערונג דאַרף קאָסטן 291 מיליאָן דאָלער.

אָבער ווי געזאָגט, איז דאָס איבערמאַכן דעם עקזיט– 131 — וואו רוט– 17 קומט זיך צונויף מיט רוט– 32 , רוט– 6 און די טרואוועי — אָפּגעשטופּט געוואָרן ביז 17 ', אַלס טייל פון די טראַנספּאָרטעישאָן דעפּאַרטמענט'ס באַמיאונגען צו פּרעזערווירן און באַפעסטיגן די עקזיסטירענדע ראָודס און בריקן, כאָטש עס האָט זיך שוין געדאַרפט אָנהויבן מיט באַלד 5 יאָר צוריק.

אָרענדזש–קאַונטי פּלענינג קאָמישאָנער דעיוויד טשוירטש האָט געזאָגט די וואָך, אַז דער "די–אָו–טי" רידזשינאָנעל קאָנסטראָקשן אינזשעניר האָט פאָריגע וואָך אויפמערקזאַם געמאַכט זיין אָפיס אַז דער פּלאַן איז געענדערט געוואָרן, און אַז דעטאַלן וועלן פאַרעפנטליכט ווערן ווי נאָר דער גאָווערנאָר וועט אָפּהאלטן אַ פּרעסע–קאָנפערענץ נאָך טענקסגיווינג–דעי.

טשוירטש — וועמענס אַמט איז געווען פאַרמישט אין די פּראָיעקט זינט די 90 'ער יאָרן — האט געזאָגט, אַז "די–אָו–טי" פאָרשטייער זענען איינגעלאדענט געוואָרן צו מיטטיילן די אָרענדזש–קאַונטי טראַנספּאָרטעישאָן קאַונסיל איבער דעם נייעם פּלאַן ביי איר מיטינג דינסטאג. דער קאַונסיל האָט דעם אויפזיכט איבער'ן באַנוץ פון פעדעראלע טראַנספּאָרטעישאָן און טראַנזיט געלטער אין די קאַונטי. "מיר ווייסן נישט אויב זיי וועלן קומען", האָט טשוירטש געזאָגט.

בילד: מיסטעריע נעמט אַרום נייעם פּלאַן פאַר רוט-17'ס עקזיט-131

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל