וואשינגטאן – פעדעראלע אויטאריטעטן האבן נעכטן געמאלדן אז זיי האבן ארעסטירט איבער 200 פערשוין, וועלכע ווערן פארדעכטיגט אלס מיטגלידער אין דער ברוטאלער און ווילדער מאפיאנערישער "עם-עס-13" באנדע. די באנדע איז געגרינדעט געווארן אין לאס אנדזשעלעס אין די 980'ער יארן, און די גרופע'ס ציל איז אריגינעל געווען צו באשיצן אימיגראנטן וועלכע אנטלויפן פון על סאלוואדאר און קומען אריין קיין אמעריקע, אבער מיט די יארן איז די גרופע געווארן מער און מער פארמישט אין קרימינאלע אקטיוויטעטן, דורכפירנדיג רויבערייען, מארדן און אנדערע ברוטאלע שריט, און אזוי טעראריזירט פילע אמעריקאנער סיטיס. ווען טראמפ איז אריינגעקומען אין ווייסן הויז, האט ער, אינאיינעם מיט אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס, אונטערגענומען "אפעראציע ברויזנדע קו", מיט דער קאאפעראציע פון דער על סאלוואדאר רעגירונג, אונטערצוברענגען די באנדע. אין על סאלוואדאר זענען שוין ארעסטירט געווארן 53 מיטגלידער, און יעצט זענען ארעסטירט געווארן אין אמעריקע איבער 200 פון זיי.

בילד: מאסן ארעסטן אין אנטי- "עם-עס 13" אפעראציע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל