אין דייטשלאנד קומט יעצט פאר א פראצעס קעגן א קראנקן -ברודער וואס ווערט באצייכנט ווי א מאסן מערדערין, נאכדעם וואס שטודיעס האבן אויפגעוויזן אז ער האט אומגעברענגט איבער 100 פון אירע פאציענטן דורך נוצן שטערבליכע דאזעס פון מעדיצינען, די נוירס ניעלס האָוגעל (Niels Hoegel) דינט שוין א לעבנסלענגליכע טורמע טערמין פאר די טויט פון 2 פון אירע פאציענטן, אבער אויספארשער זענען צו זייער שאק דערגאנגען אז זי האט געמארדעט פאציענטן אויף א סיסטעמאטישע פארנעם צווישן די יארן 1995 און 2002 ווען זי האט פארפיגט אויף אן אפטיילונג אין א שפיטאל אין אדלענבורג.

די שטודיע האט גענומען עקזאמפלארן פון די קערפער פון די פארשטארבענע פאציענטן וועלכע זענען באגראבן געווארן און געפונען טויטליכע מאָסן פון גיפט אין זייערע איבערבלייבענישן, אויספארשער זאגן אז עס איז מעגליך אז עס האנדלט זיך פון פיל מער, אבער נישט פון אלע קערפער האט מען געקענט נעמען עקזאמפלארן וויבאלד א גרויסע טייל זענען קרימאטיזירט געווארן. אויטאריטעטן האבן באצייכנט האָגעל אלס דער ״ארגסטער מאסן מערדער״ אין דיישטלאנד זינט די צווייטער וועלט קריג.

די אורטייל

בילד: דיישטע קראנקן-ברודער האט אומגעברענגט איבער 100 פאציענטן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל