נעכטן איז פארגעקומען די יערליכע ״כינוס השליחים״ ווי עס פארזאמלען זיך טויזנטער חסידי חב״ד פון איבער די וועלט וועלכע דינען אלס שליחים פון כ״ק אדמו״ר מליובאוויטש זצ״ל צו מקרב זיין אידן בכל קצווי תבל. די שליחים האבן זיך געפונען דא אין ניו יארק פאר א וואך דורכאויס וועלכע די שליחים טוען זיך באקענען איינער מיט׳ן צווייטן און ארבייטן אויס סטראטעגיעס צו פארגרעסערן און פארברייטערן די ״מפעל השליחים״. די הויכפונקט איז געווען די נעכטיגע באנקעט פאר אלע שליחים וועלכע איז פארגעקומען אין א גיגאנטישע זאל אין ניו דזשערזי, דורכאויס די נאכט האט מען געזונגען און פארברענגט און אזוי אויך געהערט דרשות פון משפיעים, און איינע פון די הויכפונקטן פון די נאכט איז געווען ווען עס איז געמאלן געווארן אויף די גרינדונג פון א פרישע בית חב״ד אין די אפריקאנער לאנד אוגאנדא וועלכע אפערירט שוין דארט פאר עטליכע וואכן, דערמיט איז חב״ד אנגעקומען צו 100 לענדער ווי טויזנעטער שליחים זענען אקטיוו צו מקרב זיין אידן לאביהם שבשמים.

בילד: אוגאנדע וועט זיין 100'סטע לאנד מיט א בית חב״ד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל