אין א דראמאטישע פרעסע קאנפערענץ וואס דער דע-פאקטא פירער פון סאודי אראביע האט אפגהאלטן, האט ער געשטעלט דעם טאן איבער וויאזוי ער פלאנט צו פירן דאס לאנד, און געזאגט אז ער וויל צוריקדרייען דאס רעדל פון די לעצטע 30 יאר וואס סאודי אראביע האט זיך געלאזט פירן פון ראדיקאלע איסלאם, און אנשטאט דעם צוריקגיין צו מעסיגע און ליבעראלע איסלאם, וואס ער רופט אן די ״עכטע איסלאם״. ער האט געבעטן די הילף פון די וועלט דערויף.

ער האט געזאגט אז אין די 30 יאר זינט די איראנער רעוואלוציע, האט די סאודיער רעגירונג פרובירט צו נאכמאכן די ארטיגע רעזשים דורך איינפירן שטרענגע איסלאמישע געזעצן, אבער דאס האט געפירט צו א אבנארמאלע סיטואציע אין וועלכע סאודי אראביע איז געווארן איזאלירט פון די וועלט. ער האט געמאלדן, אז ער איז אנטשלאסן דאס צו טוישן. ער האט - אין אן אינטערוויו מיט די בריטישע ״גארדיען״ - גערופן פאר די מערב וועלט אים צו העלפן דורך אינוועסטירן אין סאודי אראביע.

דער קרוין פרינץ מוכאמעד בין סאלמאן איז געקרוינט געווארן מיט עטליכע מאנאטן צוריק דורך זיין פאטער אלס דער קרוין פרינץ און פאקטישע פירער, און האט שוין אין די לעצטע מאנאטן גענומען שריט צו טוישן די כאראקטער פון סאודי אראביע, דאס רעכנט אריין ערלויבן פאר פרויען צו דרייווען קארס. אצינד זוכט ער צו פארוואנדלן סאודי אראביע אין א צענטער פון עקאנאמיע און האנדל, און אזוי ארום ענדיגן איר אנגעוויזנקייט בלויז אויף די נאפט און אויל מארקעט. ער האט געמאלדן ביי די פרעסע קאנפרערענץ א גראנדיעזע פראיעקט פון בויען א מאסיווע האנדלס צענטער ביי די ברעגעס פונעם ים סוף, אין די ווערט פון איבער 500 ביליאן דאלער. די פראיעקט וועט זיין ביי די גרעניצן פון מצרים און ירדן, וועלכע וועלן אויך געניסן פונעם פראיעקט.

בילד:סאודיער קרוינפרינץ: מיר גייען צוריק צו ״נארמאלע איסלאם״

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל