סאוט קעראליינע – א פרישע שטודיע וואס "רויטערס" האט דורכגעפירט, צייגט אז עס הערשט אן ערנסטער מאנגל אין נוירסעס אין שפיטעלער לענגאויס אמעריקע. דער מאנגל קומט צוליב וואס מער און מער יונגע סטודענטן וועלן אויס אנדערע קאריערעס, אין טעכנאלאגיע און וויסנשאפט, ווי איידער צו שטודירן דאקטאריי, וויבאלד דאס מעדיצינישע פעלד צאלט נישט אזוי שיין און האט נישט אזא גרויסן צוקונפט ווי טעכנאלאגיע. די שוואכע געהעלטער פאר נוירסעס קומט אין א צייט וואס שפיטעלער פלאגן זיך צו דעקן די יערליכע בודזשעטן, דארפנדיג דעקן טייערע פראצעדורן פאר פאציענטן וועלכע האבן ביליגע און שוואכע העלט אינשורענס דורך אבאמאקעיר. עטליכע שפיטעלער, מיט וועמען "רויטערס" האט גערעדט פאר איר שטודיע, זאגן אז זיי שטעלן צו פארשידענע זייטיגע בענעפיטן פאר נוירסעס וועלכע זענען גרייט צו קומען ארבעטן ביי זיי, אריינגערעכנט אז זיי העלפן זיי אויסצאלן אוניווערסיטעט שטודיעס און זיי העלפן ארויס מיט האוזינג קאסטן.

בילד: ערנסטער מאנגל אין נוירסעס לענגאויס אמעריקע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל