קאליפארניע – די גוגעל טעכנאלאגיע פירמע זאגט אז זי וועט אונטערנעמען א פראיעקט צוצושטעלן צייטווייליגע טעלעקאמיוניקאציע און אינטערנעט אין פארטא ריקא. גוגעל זאגט אז זי האט זיך פאראייניגט מיט דער ״עי-טי-ענד-טי״ פירמע און וועט ארויפשיקן ספעציעלע באלונס וואס פארמאגן קליינע אינטערנעט סאטעלייטס, און די באלונס וועלן שוועבן העכער פארטא ריקא פאר אפאר וואכן. די באלונס ארבעטן, אז אלע סעלפאונס וואס האבן ״4 דזשי על טי אי״, וועלן קענען דורך די באלונס האבן געהעריגע סערוויס אויף זייערע סעלפאונס. די צוויי פירמעס זאגן אז זיי ארבעטן האנט ביי האנט מיט דער פעדעראלער קאמיוניקאציע קאמיסיע, וועלכע האט געגעבן ערלויבעניש פאר דרייסיג אזעלכע באלונס צו פליען, און גוגעל זאגט אז עטליכע פון אירע באלונס האט זי שוין ארויפגעשיקט אין דער לופטן און עס העלפט שוין א פאר טויזנט מענטשן. דערווייל זאגן פארטא ריקא אויטאריטעטן אז נאענט צו זיבעציג פראצענט פון טעלעקאמיוניקאציע סערוויס אויפ'ן אינזל איז נאכנישט צוריקגעשטעלט.

בילד: גוגעל שיקט באלונס העכער פארטא ריקא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל