א פראגראם וואס די סיטי האט אונטערגענומען אנהויב פאריגן מאנאט קומט אונטער קריטיק פון פארשידענע גרופעס וואס נעמען זיך אן פאר די רעכטן פון היימלאזע, און אזוי אויך דורך די קעגענרין פון מעיאר די-בלאזיא ניקאל מאליאטאקיס.

די פראגראם איז געצילט צו אוועקנעמען די היימלאזע פון די ניו יארקער גאסן דורך זיי צאלן געלט צו דינגען דירות אין געגענטער אינדרויסן פון ניו יארק פאר 12 מאנאטן, אונטער דעם פראגראם טוט די שטאט צאלן די סכום וואס די רענט איז העכער פון 30% פון די איינקונפט, ביז 1200$ פאר א איינצעלן מענטש און ביז 15,500$ פאר א פאמיליע. דערווייל האבן זיי שוין באוויזן צו ״פארשיקן״ צענדליגע היימלאזע פארשוינען צו שטעט אינדרויסן פון ניו יארק, א שטייגער ווי ניוארק ניו דשערזי און נאך.

אדוואקאטן פאר היימלאזע גרופעס זאגן אז דאס ברענגט דערצו אז די היימלאזע זאלן זיך באזעצן אין געגענטער ווי עס איז דא ווייניגער הילף ווי צ.ב.ש זופ-קיכן פאר היימלאזע, און אזוי אויך ווייניגער איינקונפט און פארדינסט מעגליכקייטן. און די רעפובליקאנע קאנדידאטקע פאר מעיאר זאגט אז די געלט דארף בלייבן אין ניו יארק און דער מעיאר טוט פארשווענדן שטייער צאלער געלטער אינדרויסן פון ניו יארק.

בילד: נייע פראגראם צו ארויסטרייבן היימלאזע פון ניו יארק קומט אונטער קריטיק

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל