נאטורליכע קאטעסטראפעס קענען נישט קיין גרעניצן, און ווען זיי באטרעפן א שטח טוען זיי נישט ווייזן קיין פאספארט פאר זיי גייען אריבער די גרעניץ פון איין לאנד צום צווייטן, דאס קען טיילמאל צווינגען געשוואוירענע פיינט צו קאאפערירן ווען עס קומט צו די רעטונג באמיאונגען. דאס האט זיך אנגעזען די וואך אין מדינת ישראל ווען דעלעגאציעס פון די רעטונג אגענטורן אין די פאלעסטינער אויטאריטעט, פון ירדן און פון נאך עטליכע לענדער האבן זיך באטייליגט אין געמיינזאמע טרענירונגען פון עטליכע טעג וויאזוי צו באקעמפן פייערן אין מיטל מזרח. די פייערן אין מיטל מזרח זענען א אפטע ערשיינונג און פאדערט סעפעציעלע וויסנשאפט וויאזוי זיך צו ספראווען מיט די טרוקענע קלימאט וואס ברענגט די וואלד פייערן. און די פארשידענע לענדער האבן טרענירט וויאזוי צו אמבעסטן קאאפערירן אינאיינעם דאס צו באקעמפן.

בילד: געמיינזאמע מושטירונגען צווישן מדינת ישראל און פאלעסטינער פאר נאטורליכע קאטעסטראפע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל