אונגארן – אן אונגארישער דרוקער וועלכער האט ארויסגעהאלפן ראאול וואלענבערג צו ראטעווען טויזנטער אידן ביים צווייטן וועלט קריג, איז באעהרט געווארן מיט א ספעציעלע שילד וואס איז אראפגעשטעלט געווארן פאר אים אין בודאפעסט. די רעדע איז פון עמיל ווייסמייער, וועלכער האט געהאט א דרוקעריי אין די קריגס יארן, און ער האט אפגעדרוקט העכער פיר טויזנט ליידיגע פאספארטן און דאקומענטן, וואס וואלענבערג האט דערנאך אויסגעפילט מיט פאלשע אידענטיפיקאציעס און אינפארמאציע און דאס פארטיילט פאר טויזנטער אידן. שפעטער האט עמיל געדרוקט נאך 20 טויזנט שטיק, ראטעווענדיג זייערע לעבנס פון א זיכערן טויט אין די הענט פון די ברוטאלע נאציס ימ"ש. עמיל'ס זוהן, גאבור, איז אנוועזנד געווען ביי דער ספעציעלער צערעמאניע אין בודאפעסט, וואו די לאקאלע אויטאריטעטן האבן אוועקגעשטעלט דעם שילד, אין וועלכע עס ווערט דעטאליזירט זיין ראלע אין וואלענבערג'ס העלדישע ארבעט.

בילד: ראאול וואלענבערג העלפער ווערט באעהרט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל