אפריקע – מענטשן-רעכט אקטיוויסטן אין אפריקע האבן אויסגעדרוקט גרויס אויפברויז, נאכדעם וואס די יו-ען "וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע" האט באעהרט דעם זימבאבווע דיקטאטור ראבערט מוגאבי. די יו-ען ארגאניזאציע האט באעהרט מוגאבי דורכ'ן אים געבן דעם טיטל אלס "גוטער ווילן אמבאסאדאר", וואס דאס קומט אין דער זעלבער צייט וואס מוגאבי ווערט באשולדיגט אין ברוטאל אונטערדרוקן דאס זימבאבווער פאלק. זימבאבווע איז לאנגע יארן געווען פון די רייכסטע לענדער אין דרום אפריקע, אבער זינט מוגאבי איז אריינגעקומען צו דער מאכט, האט ער פארכאפט פריוואטע פארמעגנס פאר זיך און אונטערדרוקט פריוואטע ביזנעסער און אינדוסטריעס, וואס האט געברענגט אז די גרעסטע פראצענט אין לאנד לעבט אין גרויס ארימקייט און עס הערשן דארטן עטליכע אנגייענדיגע געזונטהייט עפידעמיעס. עס איז אבער נישט דאס ערשטע מאל וואס מוגאבי ווערט באעהרט אין אמעריקע, ווייל אין יאר 02' איז ער באעהרט געווארן מיט אן אויפנאמע אינעם ניו יארק סיטי קאונסיל, וואס אויך יענץ האט ארויסגערופן גרויס וואונדער, און איראניש איז אז מוגאבי'ס יעצטיגע נאמינאציע, אלס "אמבאסאדאר" פאר דער יו-ען געזונטהייט ארגאניזאציע, קומט איין יאר נאכדעם וואס געוועזענער ניו יארק סיטי מעיאר מייקל בלומבערג איז באעהרט געווארן מיט דער זעלבער עהרע. די יו-ען זאגט אז זי וועט איבערקוקן אירע באעהרונג פראצעדורן.

בילד: אויפברויז איבער באעהרונג פאר מוגאבי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל