וואשינגטאן – רעפובליקאנער אין קאנגרעס האבן זיך נעכטן פריש גענומען איבער די ביינער פון פרוי קלינטאן און די געוועזענע אבאמא אדמיניסטראציע, מיט עטליכע נייע אויספארשונגען. ערשטנס האבן צוויי קאנגרעס קאמיטעען געזאגט אז זיי וועלן אויספארשן דאס וואס א רוסישע פירמע האט מיט עטליכע יאר צוריק אפגעקויפט צוואנציג פראצענט פון אמעריקע'ס אוראניום, דורך א קאנאדישע פירמע. פילע רעפובליקאנער באשולדיגן אז פרוי קלינטאן, אלס סעקרעטערי אוו סטעיט, האט באשטעטיגט דעם פארקויף פון דעם אוראניום פאר רוסלאנד, נאר צוליב דעם וואס דער "קלינטאן פאונדעישאן" האט באקומען א ביישטייערונג פון 145 מיליאן דאלאר פון רוסישע פיגורן, און דעריבער ווילן זיי פארשן צי קלינטאן האט געשפילט א ראלע אינעם באשלוס צו פארקויפן דעם אוראניום פאר רוסלאנד. צווייטנס האבן רעפובליקאנער אין קאנגרעס געעפנט אן אויספארשונג איבער דער "אימעיל סקאנדאל" אויספארשונג וואס איז אנגעפירט געווארן קעגן פרוי קלינטאן דורכ'ן יוסטיץ דעפארטמענט, ווייל די רעפובליקאנער ווילן פארשן צי די אויספארשונג איז געווען באאיינפלוסט דורך פאליטיק ריינצואוואשן פרוי קלינטאן.

בילד: קאנגרעס עפנט סעריע קלינטאן אויספארשונגען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל