דאס ווייסע הויז האט אפגעווארפן באריכטן אז דער פרעזידענט וועט אפשטאטן א באזוך צו די דעמיליטעריזירטע ראיאן ביים גרעניץ צווישן נארט און סאוט קארעא דורכאויס זיין בערפארשטייענדע באזוך אין אזיע ווי ער וועט צווישן אנדערע אפשטאטן א באזוך אין סאוט קארעא, יאפאן און כינע.

די פלאץ איז שוין באזוכט געווארן דורך די לעצטע 4 אמעריקאנער פרעזידענט און איז שוין געווארן אזוי ווי א טראדיציע אז אמעריקאנער פרעזידנענטן באזוכן דארט, אבער די אדמינסטראציע האט אנגעגעבן אז צוליב דעם פולן סקעדשועל וועט פרעזידענט טראמפ נישט אויספיען צו אנקומען דערצו.

מיט עטליכע וואכן צוריק האט וויצע פרעזידענט מייק פענס באזוכט דעם זאנע, וועלכע איז 2.5 מייל ברייט און ארום 150 מייל לאנג, און מען קען פון דארט דירעקט אריינקוקן אין נארט קארעא, און דער וויצע פרעזידענט איז געגאנגען גאר נאנט צום גרעניץ און האט אריינגעקוקט אין די אויגן פון די נארט קארעאר זעלנער וועלכע האבן אים פאטאגראפירט.

בילד: פרעזידענט טראמפ וועט ווארשיינליך נישט באזוכן נאנט צום גרעניץ פון נארט קארעא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל