צום ערשטן מאל זינט די קלאטע קריג יארן זענען די מיליטערישע איינהייטן אין די עיר פארס פארארדנט געווארן אז די בי-52 באמבאדיר פליגער וועלכע האבן נוקלעארע אטאקע מעגליכקייט דארפן זיין גרייט צו אטאקירן אין פאל פון א באפעל אין ווייניגער ווי 24 שטונדן פון ווען זיין באקומען דעם פארארדענונג.

די פארארדענונג קומט אין ליכט פון די לעצטע קריזיס צווישן אמעריקע און נארט קארעא, און די סטראשעריי פון נארט קארעא צו עפענען א נוקלעארע אטאקע אויף די פאראייניגטע שטאטן, דער גענעראל פון די עיר פארס האט געזאגט אז די פארארדענונג קומט אלס טייל פון די פאליטישע רעאליטעט און נישט צוליב א ספעציפישע פלאן.

דאס לעצטע מאל וואס די מיליטער האט געשטעלט די פליגער אויף אזא אלערט שטאפל איז געווען דורכאויס די קלאטע קריג ווען ארום 40 מיליטערישע באבמאדיר פליגער האבן געדארפט אייביג שטיין גרייט אין פאל פון א באפעל צו דורכפירן אן אטאקע.

בילד: אמעריקאנער נוקלעארע פליגער פארארדנט צו זיין גרייט פאר אטאקע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל