קאנאדע – א אידישע פאמיליע איז צוריק פאראייניגט געווארן מיט א טייערן פידל, וואס האט באלאנגט פאר זיי אין די יארן בעפאר'ן צווייטן וועלט קריג. די באסס פאמיליע פון קאנאדע דערציילט אז זייער מוטער האט געהאט אונטער איר אייגענטום א טייערן פידל, בשעת זי האט געוואוינט אין אמסטערדאם, האלאנד, און וויסנדיג אז די נאציס גייען איין טאג קומען און איר אוועקפירן, האט זי געגעבן דעם פידל פאר א גוי'אישן שכן, וועלכער האט צוגעזאגט עס אפצוהיטן. למעשה נאכ'ן קריג, איז די באסס פאמיליע נישט צוריקגעגאנגען קיין האלאנד, נאר זיך באזעצט אין קאנאדע, וואו זיי האבן פארגעסן פונעם פידל. מיט עטליכע וואכן צוריק, זענען זיי געוואויר געווארן אז דער פידל געפינט זיך אין א האלאקאוסט מוזעאום אין ארץ ישראל, און נאך לענגערע שתדלנות, האבן זיי באוויזן צוריקצובאקומען דעם פידל אונטער זייער אייגענטום.

בילד: האלאקאוסט פידל פאראייניגט מיט אייגנטימער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל