אלס רעאקציע צו די לעצטע שריט פון פרעזידענט טראמפ וועלכע האט געזאגט אז ער באטראכט צו ארויסטרעטן פונעם נוקלעארן אפמאך מיט איראן צוליב זייער אגרעסיווע שריט אינעם ראיאן און אזוי אויך צוליב זייער מיסיל פראגראם, האט די רעוואלוציאנערע גווארדיע פון איראן געמאלדן אז זיי וועלן נאכמער אויסברייטערן און פארשנעלערן זייער מיסיל פראגראם. די רעוואלוציאנערע גווארדיע האט א מער שארפע ליניע קעגן די מערב וועלט ווי די רעגירונג פון פרעזידענט רוחאני, אבער אין די לעצטע טעג האט מען געהערט ענליכע באמערקונגען פונעם פרעזידענט וועלכער האט געזאגט אז איראן וועט זיך נישט ברעכן צו די דרוק וואס וואשינגטאן פרובירט צו לייגן אז זיי זאלן נאכגעבן נאך זאכן וואס ווערן נישט אריינגערעכנט אינעם אפמאך, א שטייגער ווי די מיסיל פראגראם וואס ווערט אנטוויקלט פאר קאנווענציאנעלע צוועקן און איז דעריבער נישט געבינדען צום אפמאך.

בילד: איראן פראוואקירט טראמפ: מיר וועלן אויסברייטערן דעם מיסיל פראגראם טראץ אפמאך

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל