פרעזידענט טראמפ גרייט זיך צו אפשטאטען א באזוך אין קעפיטל היל ווי ער וועט אפהאלטן א עפנטליכע דינער אינאיינעם מיט רעפובליקאנער געזעצגעבער אין א פארזוך צו פאראייניגן די פארטיי אין בעפארברייטונג צו א רייע וויכטיגע אפשטימונגען פאר וועלכע עס איז קריטיש וויכטיג די שטיצע פון אלע רעפובליקאנער אין סענאט און אין קאנגרעס. ספעציעל ווען עס קומט צו שטייער רעפארם וואס איז הויעך אויף די אגענדע פון ווייסן הויז.

דאס קומט נאכדעם וואס דער פרעזידענט האט אפגעהאלטן א טעלעפאנישע קאנפערענץ מיט די רעפובליקאנער געזעצגעבער איבער שטייער רעפארם און פארשפראכן אז מען האלט נאנט צו אנציען גענוג שטימען פאר אן ערנסטע רעפארם, אזוי אויך האט דער פרעזידענט געשריבן א גאסט עדיטאריעל אין די ״יו-עס-עי-טודעי״ צייטונג אין וועלכע ער האט אפגעצייכנט 31סטע יארטאג פון די מאסיווע שטייער רעפארם פון פרעזידנט רעיגען.

אין זיין עדיטאריעל שרייבט דער פרעזידענט אז די שטייער רעפארם וועט אויפלעבן די עקאנאמיע און פראדוקציע אין אמעריקע, אבער דערווייל דארפן נאך די רעפובליקאנער אייגנטליך שרייבן א דעטאלירטע שטייער רעפארם און אידענטיפיצירן וויאזוי צו דעקן די געשאצטע 3 טריליאן דאלער אין שטייער שניטן.

בילד: פרעזידענט טראמפ וועט באזוכן קעפיטל היל מארגן צו שטופן שטייער רעפארם

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל