וואשינגטאן — פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער האט סוקסעספול איבערגעצייגט פאר'ן אמעריקאנער פאלק אז די מידיא איז "פעיק ניוז", פאלשע נייעס. טראמפ האט געזאגט אין א פרישן אינטערוויו אויף "פאקס ניוז" נעכטן אז ער נעמט פולע קרעדיט פאר'ן ערפונדן די לאזונג "פעיק ניוז", זאגנדיג אז ער האט אנגעהויבן די גאנצע באוועגונג. "איך קען ארויסהאבן א גוטע נייעס פון א שלעכטע נייעס", זאגט טראמפ, "אבער צומאל אפילו ווען דו האסט עפעס א גוטע נייעס, מאכן זיי עס שלעכט". טראמפ איז אויך אנגעפרעגט געווארן איבער זיין באנוץ פון טוויטער, זאגנדיג אז עכט גלייכט ער נישט צו נוצן טוויטער אלס פרעזידענט, נאר ער טוט עס פשוט ווייל די אמעריקאנער בירגער מוזן זען דעם אמת. "איך וואלט זייער שטארק נישט געוואלט טוויטן, אבער אמווייניגסטנס האב איך א שאנס דורכדעם ארויסצושטעלן דעם אמת".

בילד: טראמפ נעמט קרעדיט איבער "פעיק ניוז"

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל