קורדישע באאמטע געבן איבער אז איבער 100,000 קורדן האבן שוין פארלאזט די שטאט קירקוק אין די לעצטע טעג זינט די איראקער מיליטער האט איבערגענומען קאנטראל אויף די שטאט, אויס זארג אז זיי וועלן פארפאלגט ווערן דורך די איראקער רעזשים. די שטאט פארמאגט איבער א מיליאן איינוואוינער און א גרויס טייל פון זיי זענען קורדן, אין די לעצטע טעג האבן די איראקער קרעפטן באפעסטיגט זייער קאנטראל אויף די שטאט און די ארומיגע דערפער.

אין די לעצטע טעג זענען געווען באריכטן איבער איראקער זעלנער וואס האבן בארויבט און פארטריבן קורדן פון זייערע היימען, און די פעלקער פאראיין האט פארעפנטליכט אז זי האט באקומען באריכטן איבער ארום 150 קורדישע היימען וואס די איראקער מיליטער האט אונטערגעצינדן, און האבן גערופן פאר די איראקע אויטאריטעטן צו אפשטעלן די געוואלדטאטן.

אין די זעלבע צייט האט אן איראקער געריכט ארויסגעגעבן א ארעסט פארלאנג קעגן דעם קורדישן וויצע פרעזידענט קאסראט ראסול, ער ווערט באשולדיגט אין ״זיך קעגנשטעלן די איראקער טרופן״ צוליב דעם וואס ער האט זיך באטייליגט אין אקטיוויטעטן פון די פאשמארגא קעמפער אין קירקוק, אין אן אפעראציע אין וועלכע צענליגע פון זיי זענען אומגעקומען.

בילד: איבער הונדערט טויזנט קורדן פארלאזן קירקוק צוליב איראקער אינוואזיע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל