ניו יארק – דער דעמאקראטישער סענאט פירער טשאק שומער האט נעכטן אפעלירט צו פרעזידענט טראמפ, אז ער זאל שטעלן אן איינציגן הויכראנגיקן באאמטן וועלכער זאל אנפירן מיט אלע אנגעלעגנהייטן ארום פארטא ריקא'ס ערהוילונג פונעם האריקעין. שומער זאגט אז דער באאמטער זאל געקרויט ווערן אלס דער "הויפט עקזעקוטיוו פון רעאקציע און ערהוילונג", און אז דער פרעזידענט זאל יענעם געבן דירעקטע צוטריט צום אוועל אפיס, צו אלע קאבינעט סעקרעטארן און פירער פון אלע פעדעראלע רעגירונג אפטיילונגען, און באזונדער זאל יענער האבן דירעקטע קאמיוניקאציעס מיט קאנגרעס, סענאט און מיט די פארטא ריקא רעגירונג באאמטע. שומער זאגט אז דערווייל איז נאך אכציג פראצענט פארטא ריקא אן קיין עלעקטער, און דאס איז ווייל די רעאקציע פון דער פעדעראלער רעגירונג איז זייער צעמישט און אומארגאניזירט, וועט דאס שטעלן אן איינצלנעם פאראנטווארטליכן מענטש קענען העלפן מיט די פראבלעמען.

בילד: שומער וויל "הויפט עקזעקוטיוו" פאר פארטא ריקא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל