אפגאניסטאן – אמעריקע'ס סעקרעטערי אוו סטעיט, רעקס טילערסאן, האט נעכטן געזאגט אז ס'איז שטארק מעגליך אז די טאליבאן זאל שפילן א ראלע אין דער אפגאנער רעגירונג. טילערסאן איז געקומען קיין אפגאניסטאן אויף א סורפרייז באזוך צום באגראם לופט באזע, זייענדיג אינעם ראיאן וואו ער באזוכט עטליכע לענדער, און ער האט געזאגט אז אויב וועלן מער-מעסיגע מיטגלידער פון די טאליבאן קלאר ארויסקומען קעגן טעראריזם, און זיך פארפליכטן אנצוהאלטן סטאביליטעט אין אפגאניסטאן, וועט די אמעריקאנער רעגירונג ערלויבן די טאליבאנער מיטגלידער צו לויפן פאר פאליטישע אמטן און צו ווערן אויפגענומען פאר הויכע פאזיציעס אין דער אפגאנער רעגירונג. טילערסאן האט אויך געשיקט א שטייפע ווארענונג פאר אפגאניסטאן'ס שכן פאקיסטאן, וואו ער גרייט זיך היינט צו באזוכן, זאגנדיג אז די פאקיסטאנער רעגירונג מוז אונטערנעמען א פרישן קאמפיין צו פארטרייבן די טעראריסטן וועלכע באהאלטן זיך אויס אין אירע געזעצלאזיגע בערגיגע ראיאנען, אויב וויל פאקיסטאן ווייטער אנהאלטן גוטע און קאאפעראטיווע באציאונגען מיט דער אמעריקאנער רעגירונג. טילערסאן האט אויך נעכטן באזוכט אין איראק.

בילד: טילערסאן: עס איז פארהאן רעגירונג ראלע פאר טאליבאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל