וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ סיגנאליזירט אז אין די גאר נאענטע טעג וועט ער מעלדן ווער עס וועט איבערנעמען די פאזיציע פון אנפירן די קריטיש וויכטיגע "פעדעראל רעזערוו", נאכדעם וואס דער טערמין פון די אמטירנדע פארזיצערין דזשענעט יעללען וועט קומען צו אן ענדע אין פעברואר יאר 18', און ווי עס זעט דערווייל אויס, גייט ער שטעלן א נייעם פערזאן אויף דער פאזיציע, און וועט נישט לאזן יעללען אין אמט – וואס דאס זענען קודם געווען די שפעקולאציעס.

די אישו פון א נייעם פעדעראל רעזערוו טשעירמאן איז אויפגעקומען ביי דער זיצונג וואס טראמפ האט דינסטאג אפגעהאלטן מיט רעפובליקאנער סענאטארן אין קעפיטאל הילל. טראמפ האט אנגעפרעגט די סענאטארן וועמען זיי ווילן ענדערש, צי דער יעצטיגער פעדעראל רעזערוו גאווערנאר דזשעראום פאועל אדער סטענפארד אוניווערסיטעט עקאנאמיסט דזשאן טעילאר.

בילד: טראמפ וועט מעלדן פעדעראל רעזערוו באשלוס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל