בוענאס איירעס – א זארג איז אנטשטאנען ביי עלטערן פון קינדער וועלכע לערנען אין א אידישער שולע אין בוענאס איירעס, נאכדעם וואס מען האט אויפגעכאפט א פארדעכטיגטן פארשוין זיך דרייען נעבן דער שולע און כאפן בילדער פון די קינדער. דער אינצידענט האט פאסירט אין דער אלמאגראו געגנט, וואו דער פארשוין איז אנגעקומען מיט א קאמערע פארנט פון דער שולע, וועלכע פארמאגט זעקס טויזנט סטודענטן. צוקוקער האבן אויפגעכאפט וויאזוי דער פארשוין פארמאגט גרויסע האקנקרייץ סימבאלן און אנדערע נאצי בילדער אויף זיין העמדל און אויף זיין היטל, און זיי האבן באלד אלארמירט די פאליציי, וועלכע זענען אנגעקומען און האבן יענעם ארעסטירט. דער פארשוין, וועמענס נאמען איז דערווייל נישט ארויסגעגעבן געווארן, איז אנגעקלאגט געווארן מיט "טשעפערייען און דיסקרימינאציע", און עס איז דא אן ערנסטע זארג צי ער האט באלאנגט צו א נעא-נאצי גרופע, וועלכע פלאנירט אטאקעס און איבערפעלער אויף אידישע צילן אין בוענאס איירעס.

בילד: נאצי-געקליידעטער פאטאגראפירט בוענאס איירעסער אידן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל