דעטרויט – איינס פון די אפעקטס פון זיין פארמישט אין א קאר עקסידענט, ל"ע, איז דאס אז דער זעץ איז אזוי הויך און אזוי פלוצלינג, אז מען קען ליידן הער-קראפט פארלוסט, דאס הייסט אז אפילו אויב מען קומט ארויס גענצליך אומבאשעדיגט, קען מען נאך אלץ ליידן לאנג-טערמיניגע פראבלעמען פונעם עקסידענט. די "מערצעדעס" קאר פירמע זאגט אז זי איז אויפגעקומען מיט א לעזונג צו דעם פראבלעם, וואס ארבעט ווי פאלגענד: דעם אויער פונעם מענטש האט דער באשעפער וואונדערליך צוזאמגעשטעלט, אז ווען עס הערט א גערודער וואס איז צו הויך און קען מאכן דעם מענטש טויב, ווערט אקטיוויזירט דער "סטאפּעדיוס" מוסקל, וועלכע דינט ווי א בלאקאדע אז דער הויכער גערודער זאל נישט גיין טיפער פונעם אויער-פּויקל און אריינדרינגען אינעווייניג אינעם אויער, נאר עס זאל בלייבן אינדרויסן. דער וואונדערליכער מוסקל ווערט נאטורליך בלויז אקטיוויזירט נאכ'ן הערן דעם הויכן גערודער, אבער ס'איז דא א וועג וויאזוי מען קען אויסנארן דעם מוסקל און איר מאכן מיינען אז זי הערט א הויכן גערודער, און דאס איז דורכ'ן אויפשפילן א גערודער וואס ווערט גערופן "פּינק נויז" (א ספעציפישע סארט קול פון 85 דעציבאלן הויך) וואס דאן מיינט דער מוסקל אז דאס איז א הויכער גערודער. "מערצעדעס" האט אריינגעבויט א טעכנאלאגיע אין אירע קארס, אז ווען דער אויטא דערשפירט אז ס'גייט פאסירן אן עקסידענט, לויט סענסארס און קאמערעס ארום דעם קאר, מילי-סעקונדעס בעפאר'ן עקסידענט, אקטיוויזירט עס די "פינק נויז" און דאס אקטיוויזירט דעם "סטאפּעדיוס" מוסקל און פארמיידט הער-קראפט פארלוסט פונעם דרייווער פון די פאסאזשירן.

בילד: הער-קראפט פארלוסט ביי עקסידענטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל