די סעריע פון אנטוויקלונגען פון די קאטאלאניער רעפערענדום האבן געפירט דערצו אז סיי די שפאנישע פעדעראלע רעגירונג און סיי די אויטאנאמישע רעגירונג אין קאטלאניע האלטן זיך שטייף ביי זייערע פאזיציעס און דערווייל זעהט נישט אויס ווי די צוויי זייטן זוכן צו קומען צו א פרידליכע לעזונג. די שפאנישע פארליאמענט איז ערווארטעט זיך צו צונויפקומען דעם פרייטאג צו אפהאלטן א אפשטימונג אויף ״ארטיקל 155״ אין די שפאנישע קאנסטיטוציע וואס געט די רעכט פאר די פעדעראלע רעגירונג אין מאדריד צו דערקלערן א סטעיט אף עמערדשענסי און גענצליך איבערנעמען דירעקטע קאנטראל אויף קאטאלאניע.

היינט טוט די קאטאלאניער פארליאמענט זיך צונויפקומען אין בארצעלאנע און זיי האבן ווידער באשטעטיגט די אויסגאנג פון די רעפעדענדום און אנטזאגט פארלאנגען פון די שפאנישע רעגירונג צו פאררופן פרישע לאקאלע וואלן. אין די זעלבע צייט האט די שפאנישע פאליציי געמאלדן אז זיי פלאנען א איבערפאל אויף די צענטראלע טעלעוויזיע און ראדיא סטאנציעס און קאטאלאניע און איבערנעמען קאנטראל דערפון אין א פארזוך צו אפשטעלן די פרא-קאטאלאניער פאטריאטיזם און עס אויסנוצן פאר פרא-שפאנישע פראפאגאנדע. 

בילד: שטרייט צווישן שפאניע און קאטלאניע אויפ׳ן שוועל פון פיזישע געוואלדטאטן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל