טאקיא – דאס יאפאנעזער פאלק וועט זונטאג ארויסקומען און שטימען אין ספעציעלע "בליץ עלעקשאנס" וואס פרעמיער מיניסטער שינזא אבעי האט פאררופן. יאפאנעזער פאליטישע אנאליסטן זאגן אז אבעי האט פאררופן די וואלן מיט'ן ציל צו פארשטארקערן זיין רעגירונג מאנדאט און צייגן אז ער האט נאך אלץ די קאנפידענץ פון א מערהייט יאפאנעזער בירגער, שטייענדיג אינמיטן אן אנטוויקלנדן קריזיס מיט צפון קארעא'ס נוקלעארע אקטיוויטעטן.

אבעי איז דערווארט צו געווינען גרינג די וואלן, טראץ וואס זיין פארטיי ווערט געפלאגט אין די לעצטע פאר חדשים פון א סעריע סקאנדאלן, וויבאלד זיינע קעגנער זענען נישט געהעריג ארגאניזירט און א מערהייט פונעם פאלק שטיצט נאך אלץ אבעי, לויט אלע אנקעטעס, און אויב אבעי געווינט טאקע די וואלן, וועט ער ברעכן א רעקארד אלס יאפאן'ס לענגסט-דינענדער פאליטישער פירער זינט'ן צווייטן וועלט קריג. מ'האט אבער געזען אין ענגלאנד, אז פרעמיער מיניסטארשע טעריסא מעי האט פאררופן וואלן אויך מיט'ן ציל צו פארשטארקערן איר סטאטוס און מאנדאט, און די רעזולטאטן זענען געווען א שאק, ווען זי האט פארלוירן איר רעגירונג מאיאריטעט און קוים אנגעהאלטן איר פאזיציע אלס פירער.

בילד: יאפאן גרייט זיך צו  בליץ-עלעקשאנס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל