וואשינגטאן – די פעדעראלע "ענווייראמענטאלע פראטעקשאן אגענטור" האט אויסגעברייטערט די זיכערהייט מאסנאמען פאר'ן פירער סקאט פרואיט, שטעלנדיג אזויפיל ווי דרייסיג אגענטן צו באוואכן אויף פרואיט. לויט א שאצונג פון "סי-ען-ען", וועט דאס צולייגן פרישע צוויי מיליאן דאלאר א יאר אויפ'ן בודזשעט פון דער אגענטור, וואס דאס נעמט נישט אריין די טרענירונג קאסטן און טראוועל קאסטן פאר די פרישע אגענטן.

פעטריק סאליווען, אן אינערליכער אינספעקטאר פון דער ענווייראמענטאלער פראטעקשאן אגענטור, האט אין א סטעיטמענט געזאגט אז די סיבה פאר די פארשטארקערטע זיכערהייט מאסנאמען פאר פרואיט, איז צוליב וואס די אגענטור האט אין די לעצטערע חדשים אריינבאקומען פילצאליגע טויט סטראשונקעס קעגן פרואיט, וויבאלד אונטער פרואיט האט די אגענטור געשניטן פארשידענע פעדעראלע פראגראמען און איניציאטיוון וואס ענווייראמענטאליסטן האלטן אז זיי זענען קריטיש וויכטיג. פרעזידענט טראמפ האט פון דער ערשטער מינוט קלארגעשטעלט, אז א הויפט אגענטור פון וואו ער וויל שניידן רעגירונג אויסגאבן איז די "אי-פי-עי", און פרואיט'ס אקטיוויטעטן, אויסצופירן טראמפ'ס פארשפרעכונג, ברענגט די פארשידענע סטראשונקעס פון לינקע ענווייראמענטאליסטן קעגן אים.

Image result for scott pruitt security

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל