וואשינגטאן – דער "ניו יארק טיימס" באריכטעט אז א גאר וויכטיגער און קאנטראווערסיאלער טייל פון אבאמאקעיר, וואס טראמפ און די רעפובליקאנער האבן פארשפראכן אפצושאפן ביי דער ערשטער געלעגנהייט, איז ווייטער דערווייל פארבליבן אין קראפט. אונטער אבאמאקעיר, האט די פעדעראלע רעגירונג געזאגט אז מ'מוז האבן העלט אינשורענס, און אויב נישט, וועט מען דארפן צאלן א געלט שטראף. ביים קומענדיגן שטייער סעזאן אנהייב יאר 18', וועט פאקטיש זיין דאס ערשטע מאל וואס די איי-אר-עס וועט אינפארסירן די רעגולאציע, און וועט נישט שיקן די "טעקס ריטוירן" געלטער פאר עמיצן וואס פארפעלט אריינצושרייבן פונקטליך זיין העלט אינשורנס אינפארמאציע. דאס קומט טראץ די רעפובליקאנער פארשפרעכונגען בטל צו מאכן דאס וואס אבאמאקעיר צווינגט יעדן צו קויפן העלט אינשורענס, און טראץ וואס טראמפ'ס סאמע ערשטע עקזעקוטיוו ארדער אלס פרעזידענט האט פארשפראכן אפצושאפן דעם טייל פון אבאמאקעיר.

בילד: אבאמאקעיר שטייער-שטראף אין קראפט טראץ טראמפ

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל