מאנהעטן – ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא האט געמאלדן א נייע פראבע וועלכע צילט איינצוצוימען "קוירבסייד" דעליוועריס אין פארנומענע געגנטער לענגאויס דער סיטי, אין די גאר פארנומענע טראפיק שטונדן, מיט'ן ציל צו מאכן גרינגער פאר קארס און באסעס ארומצופארן. "קוירבסייד" דעליוועריס באדייטן דאס וואס די שיפינג פירמעס, גראסעריס און אנדערע געשעפטן ברענגען פעקלעך און באקסעס, וואס ווערן אראפגעשטעלט ביי די סיידוואלקס פארנט פון די הייזער, און דאס שאפט א גרויסן טראפיק פראבלעם, ווען דורכפארנדיגע באסעס און קארס דארפן זיך אפשטעלן און ווארטן ביז דער טראק ענדיגט אראפלייגן זיין דעליווערי און פארט ווייטער. דעבלאזיא זאגט אז די פראבע וועט זיין איינצוצוימען די סארט דעליוועריס אין געוויסע גאר פארנומענע געגנטער, אז מ'וועט נישט טארן מאכן דעליוועריס פון זיבן אזייגער אינדערפרי ביז צען אזייגער אינדערפרי, און פון פיר אזייגער נאכמיטאג ביז זיבן אזייגער נאכמיטאג. די פראבע וועט זיך אנהייבן אין יאנואר און וועט לויפן פאר זעקס מאנאטן.

בילד: דעבלאזיא קעמפט קעגן "קוירבסייד" דעליוועריס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל