לאנדאן – א גרופע דאקטוירים אין לאנדאן, ענגלאנד האבן דורכגעפירט א שטודיע אין וועלכע עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז מענטשן וועלכע נעמען רוטינליך וויטאמין-די סופלעמענטס, שטייען אויס א קלענערע שאנס פון ליידן פון ערנסטע אסטמא אטאקעס. די דאקטוירים האבן שטודירט זיבן פארשונגען וואס זענען דורכגעפירט געווארן אין די לעצטע יארן אויף א סך הכל פון 955 מענטשן וואס ליידן פון אסטמא, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די אסטמא ליידנדע וועלכע האבן גענומען טעגליך וויטאמין-די, האבן געהאט א 54 פראצענט שוואכערע שאנס צו האבן אן ערנסטע אסטמא אויסברוך וואס זאל דארפן צוקומען צו שפיטאל באהאנדלונג אדער צו ווערן באהאנדלט מיט "קארטיקא-סטעראידס", די מעדיצין וואס מען געבט נאך אן אסטמא אטאקע, אויסצוברייטערן די אטעמען רערן און פארגרינגערן דאס אטעמען. דאקטער עדריען מארטינאו, וועלכער האט אנגעפירט דעם איבערזיכט אויף די זיבן פארשונגען, זאגט אז איין מעגליכע ערקלערונג פאר דעם פאזיטיוון אפעקט פון וויטאמין-די, איז אז עס שטארקט דעם אימיון סיסטעם, צו קענען באקעמפן פרישע ווירוסעס וואס פירן צו די אסטמא אויסברוכן.

בילד: קען וויטאמין-די העלפן מיט אסטמא?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל