וואשינגטאן – עטליכע דעמאקראטישע און רעפובליקאנער סענאטארן האבן אנגעהויבן שטורעמען איבער דעם וואס א באקאנטער קעגנער פונעם רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט פארלוירן זיינע טראוועל רעכטן קיין אמעריקע און ווערט נישט אריינגעלאזט. די רעדע איז פונעם בריטישן בירגער ביל בראודער, וועלכער איז שטארק אויסגעשפראכן קעגן פוטין און האט געהאלפן דורכפירן דעם "מאגנאצקי אקט" געזעץ צו באשטראפן רוסלאנד פאר זייערע מענטשן-רעכט פארלעצונגען.

בראודער האט לאנגע יארן געהאט גרינגע צוטריט צו קענען אריינקומען קיין אמעריקע, זייענדיג איינגעשריבן אינעם "גלאובעל ענטרי" פראגראם, אבער פאריגע וואך האבן אים די אמעריקאנער היימלאנד זיכערהייט אויטאריטעטן געמאלדן אז זיין סטאטוס איז בטל געווארן, און דערנאך ווען בראודער האט געוואלט קויפן א רייזע בילעט צו קומען קיין אמעריקע פאריגע ענדע וואך, האט ער געזען אז זיין וויזע איז אנולירט.

רעפובליקאנער סענאטאר דזשאן מעקעין און דעמאקראטישער סענאטאר בען קארדין, האבן נעכטן אינאיינעם געשיקט א פארלאנג צום היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט, זיי זאלן אויספארשן פארוואס בראודער'ס טראוועל רעכטן זענען בלאקירט געווארן, און דעמאקראטן שפעקולירן אז ס'איז מעגליך א שטיק פון דער טראמפ אדמיניסטראציע, צו צייגן טרייהייט פאר פוטין.

בילד: האט טראמפ בלאקירט פוטין-קעגנער טראוועל?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל