וואשינגטאן – א גרופע רעפובליקאנער סענאטארן האבן ארויסגעשטעלט א נייעם געזעץ פארשלאג, וועלכע צילט צו פארמיידן און אפשטעלן די פארשפרייטונג פון טויטליכע וואלדפייערן. שוין מיט א וואך צוריק, האבן א גרופע רעפובליקאנער און דעמאקראטישע סענאטארן ארויסגעשטעלט אן אומפארטייאישן געזעץ פארשלאג צו פארמיידן טויטליכע וואלדפייערן דורך א סעריע נייע פראגראמען ארויסצוהעלפן פייער דעפארטמענטס אין באטראפענע ראיאנען מיט פארשידענע הילף, אבער דער נייער ביל, וואס בלויז רעפובליקאנער סענאטארן שטיצן דערווייל, צילט צו פארמיידן די סארט פייערן דורכ'ן פארשנעלערן און פארגרינגערן די פראצעדורן פון אוועקשניידן ביימער און הויכע גראזן. סענאטאר דזשאן בוראסאו, וועלכער האט נעכטן ארויסגעשטעלט דעם נייעם פארשלאג, זאגט אז מ'זעט צופיל פעלער אז ווען לאקאלע אויטאריטעטן אין א געוויסע סיטי אדער קאונטי ווילן אוועקשניידן א וואלד, צוליב א געפאר אז א וואלדפייער קען דארטן אויסברעכן, דארפן זיי דורכגיין פעדעראלע ביוראקראטיע דורכ'ן באקומען באשטעטיגונג באזונדער פון דער פעדעראלער "אינערן דעפארטמענט", "פארעסט סערוויסעס" און "פיש און וויילדלייף" אגענטורן, און דער נייער ביל וועט געבן מער קאנטראל אויף דער אישו צו די לאקאלע אויטאריטעטן.

בילד: ביל צילט צו פארמיידן וואלדפייערן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל