סאודי אראביע – די אראבישע מלוכה אין סאודי אראביע האט נעכטן געמאלדן, אז זי האט אוועקגעשטעלט פינף הונדערט ביליאן דאלאר פאר א מאסיוון פלאן, אוועקצושטעלן א נייע גרויסע שטאט אויף א גרויסער ליידיגער טעריטאריע וועלכע גרעניצט זיך מיט עגיפטן און ירדן. די ליידיגע טעריטאריע איז באקאנט אלס "נואם", און עס באשטייט פון 10,230 סקווער מייל, און סאודי אראביע פלאנירט אוועקצושטעלן דארטן ריזיגע ביזנעס געביידעס און אינדוסטריעלע זאנעס פאר גרויסע פאבריקן. די טעריטאריע איז הארט נעבן גאר פארנומענע האנדלס וואסער-וועגן וועלכע נוצן דעם סועז קאנאל, וועט עס דעריבער גאר גוט אויסנעמען ביי גלאבאלע ביזנעסער וועלכע זוכן זיך אויסצושפרייטן אין סאודי אראביע און אין די ארומיגע לענדער. דער פראיעקט, וואס סאודי אראביע זאגט אז עס וועט געטריבן ווערן בלויז דורך סאלאר און ווינט ענערגיע, איז א פרישער מעגא-פראיעקט, נאכדעם וואס די סאודיער מלוכה האט די לעצטע פאר יאר זיך איינגעהאלטן פון אונטערנעמען אזעלכע סארט מעגא-פראיעקטן וויבאלד זי איז אריבער שווערע עקאנאמישע צייטן. עקספערטן זאגן אז סאודי אראביע זוכט צו ציען גלאבאלע ביזנעסער צו אירע גרעניצן, יעצט אז זי קען מער נישט אויסהאלטן איר מלוכה און אירע בירגער דורך אירע אויל עקספארטן, וויבאלד די וועלט איז מער נישט אנגעוויזן דערויף אזוי שטארק.

בילד: סאודי אראביע פלאנירט נייע ביזנעס שטאט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל