נאכדעם וואס די טויטליכע פייערן אין צפון קאליפארניע זענען אונטער קאנטראל האבן די אויטאריטעטן ארויסגעגעבן זייער לעצטע אפשאצונג איבער די שאדנס וואס זענען אנגעמאכט געווארן צו געביידעס און פארמעגנס, לויט די באריכט זענען אזויפיל ווי 7,000 געביידעס גענצליך פארניכטעט געווארן, און לויט די קלעימס וועלכע זענען אריינגעגעבן געווארן פאר אינשורענס פירמעס שטייט די שאנדס דערווייל ביי איבער א ביליאן דאלער, אבער עס איז ערווארטעט צו שטייגן דראמאטיש ווען נאך היים איינגטומער וועלכע אריינגעבן זייערע פארלוסטן. די פונקטליכע ציפערן זענען 4,177 היימען טיילווייז פארניכטעט, 5,449 היימען זענען גענצליך פארניכטעט. 601 קאמערציאלע פראפערטי פארלוסט, ארום 150 פארם׳ס און אגריקולטור געצייג. 3000 קארס און 39 שיפן. 

בילד: שאדנס פון קאליפארניער פייער געשאצט ביי איבער א ביליאן דאלער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל