מאנהעטן – ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא האט פארשפראכן נישט שטיל צו בלייבן און זיך נישט אונטערגעבן, איבער דעם וואס גאווערנאר קאומא האט געגעבן אויטאריזאציע און באשטעטיגונג פאר דער "דזשי עם" קאר פירמע צו קענען דורכפירן פראבעס מיט דרייווערלאזע קארס אויף די גאסן פון ניו יארק סיטי. דעבלאזיא זאגט אז ער טוט עס נישט פאר פאליטישע סיבות, צוליב זיין פערזענליכן געפעכט מיט גאווערנאר קאומא, נאר ער האט אינזין די אינטערעסן פונעם ניו יארקער באפעלקערונג, וועמענ'ס לעבנס וועט געשטעלט ווערן אין געפאר, אנצייגנדיג אז ס'זענען שוין געווען פילע צוזאמשטויסן און אינצידענטן ווען די דרייווערלאזע קארס זענען ארויס פון קאנטראל. דעבלאזיא'ס שארפע ווערטער קומט אין דער זעלבער צייט וואס ס'זענען אויפגעדעקט געווארן סקאנדאליעזע דעטאלן, אז גאווערנאר קאומא האט אריינבאקומען זיבעצן און א האלב טויזנט דאלאר אין זיין קאמפיין קאסע פון פארשידענע "דזשי-עם" עקזעקוטיוון און פיגורן, געציילטע מאנאטן בעפאר ער האט געמאכט דעם באשלוס צו ערלויבן די פירמע'ס געפארפולע טעסטס אין ניו יארק סיטי.

בילד: אנגייענדיגער שטורעם איבער דרייווערלאזע קארס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל