בערלין – דייטשע קאנטער-טעראריזם באאמטע זאגן אז זיי זענען ערנסט באזארגט איבער דער מעגליכקייט אז א נייער יונגער דור פון אייסיס רעקרוטן וועט אנטשטיין אין דייטשלאנד. דער זארג קומט יעצט ספעציפיש ארויף אויפ'ן אויבערפלאך, וויבאלד אייסיס האט פארלוירן איר הויפטשטאט, און דאס באדייט אז הונדערטער דייטשע בירגער וועלכע האבן געדינט אויף די פראנט ליניעס אלס מיטגלידער אין אייסיס, וועלן זוכן צוריק אהיימצוקומען, און זיי וועלן מיטברענגען זייערע קליינע קינדער מיט זיך אהיים. די עלטערע ווערן דערווארט ארעסטירט און אנגעקלאגט צו ווערן, אבער די יונגע קינדער וואס זיי ברענגען אהיים, איז נישטא קיין שום סיבה צו ארעסטירן, איז דעריבער מעגליך אז שטילערהייט האבן זיך די קינדער אנגעזען און אנגעהערט מיט דזשיהאד פראפעגאנדע, און ווען זיי וועלן אויפוואקסן, וועלן זיי אונטערנעמען פונדאסניי דעם דזשיהאד קאמף, נאכצומאכן זייערע עלטערן.

בילד: דייטשלאנד באזארגט איבער יונגע אייסיסניקעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל