די מערסט באקאנטע ראדיא פיגור אין מאסקווע איז שווער פארוואונדעט געווארן ווען א פארשוין האט זיך אריינגעבראכן אין די ראדיא סטודיא און איר ברוטאל דערשטאכן, א זאך וואס ווערט אויף די שרעק צווישן די דשורנאליסטן אין רוסלאנד צו קריטיקירן דעם רעזשים. די ראדיא סטאציע איז איינע פון די לעצט געבליבענע מידיע קוועלער וועלכע טוען באריכטען אויפריכטיג און אביעקטיוו און ברענגען קריטיק אויף די פוטין רעזשים, און די דשורנאליסטן וואס ארבייטן דארט באקומען שטענדיג טויט דראאונגען און ווערן טעראריזירט דורך די רעזשים און דורך פוטין לאיאליסטן און נאציאנאנליסטן.

די 40 יעריגע דשורנאליסטקע געפונט זיך אין א קריטישע צושטאנד, אבער איר פאמיליע זאגט אז ווי עס שיינט וועט זי עס איבערלעבן, די אינצידענט שטרייכט אונטער די געפאר וואס הערשט אין רוסלאנד פאר די וועלכע וואגן זיך צו קריטיקירן דעם רעזשים, און פילע דשורנאליסטן זענען שוין געפונען געווארן טויט אין מיסטעריעזע אומשטענדן.

בילד: פראמינענטע דשורנאליסטקע אין רוסלאנד ברוטאל דערשטאכן געווארן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל