אנקארא – דער מעיאר פון אנקארא, טערקיי האט נעכטן געמאלדן אז ער טרעט אפ פון אמט, ווערנדיג דער פינפטער מעיאר פון דער פירנדער פארטיי אפצוטרעטן אין די לעצטע פאר וואכן, נאכדעם וואס דער טערקישער פרעזידענט ראסיפ ערדואן האט אונטערגענומען א פרישע מיסיע אויסצורייניגן אלע אפטיילונגען פון רעגירונג לענגאויס טערקיי, פטור צו ווערן פון אזעלכע וועמען ער באטראכט אלס א געפאר צו זיין מאכט. ערדואן פירט זיך אויף אומזיכער שוין זינט דעם דורכגעפאלענעם פוטש וואס איז דורכגעפירט געווארן קעגן אים מיט מער ווי א יאר צוריק, און טראץ וואס ער האט געוואונען א ספעציעלן רעפערענדום מיט א האלב יאר צוריק, וואס האט אים געגעבן מער קאנסטיטוציאנעלע מאכטן, איז ער נאך אלץ נישט בארואיגט און זאגט נאכאנאנד אז ער וויל "רעפארמירן" זיין פירנדע "עי-קעי" פארטיי. אנטי-ערדואן אקטיוויסטן זאגן אז דאס וואס ער ווארפט ארויס די מעיארן, טייל פון זיי לאנגיעריגע און פאפולערע אויף זייערע אמטן, איז א נקמה איבער דעם וואס זיבעצן פון די דרייסיג גרעסטע שטעט אין טערקיי, האבן געשטימט קעגן געבן פאר ערדואן מער קאנסטיטוציאנעלע מאכט.

בילד: פרישע רעגירונג אויפרייניגונג אין טערקיי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל