מאנהעטן – מעיאר דעבלאזיא האט אונטערגעשריבן א געזעץ וואס פארלאנגט אז קאנסטראקשאן ארבעטער זאלן מוזן דורכמאכן מינימום 40 שעה טרענירונגען. דאס אפעקטירט די צענדליגער טויזענטער קאנסטראקשאן ארבעטער אין די סיטי, און זיי מוזן דאס דורכמאכן ביז מערץ 1. דעבלאזיא האט געזאגט אז דאס קומט נאך די פארמערטע פעלער פון קאנסטראקשאן עקסידענטן אין ניו יארק סיטי.

די צאל ארבעטער שעדיקונגען אינצידענטן זענען געשטיגן מיט 18 פראצענט אין דעם בודזשעט יאר 17', פון 562 צו 622. "צופיל מאל ווערן די קאנסטראקשאן סייטס נישט געמענעדזשד ווי עס דארף צו זיין" האט דער מעיאר שארף געזאגט ביים אונטערשרייבן דאס געזעץ. די קאנסטראקשאן אינדוסטריע באקעמפט שוין לאנג דאס געזעץ, מיט דער טענה אז עס בעפארצוגט די אינטערעסען פון די יוניאן גרופעס, און אויך אז נישט יוניאן ארבעטער האבן געווענליך שוועריקייטן צו באקומען א זיץ ביי די געצוימטע טרענירונג קלאסן און זיי מוזן צאלן פאר די טרענירונגען, אנדערש ווי ביי יוניאנס וואו דאס ווערט אלעס צוגעשטעלט. די סיטי האט געמאלדן אז זי וועט ווידמען 5 מיליאן דאלאר פאר דעם אינציאטיוו.

בילד: געזעץ: קאנסטרוקציע ארבעטער מוזן קריגן טרענירונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל