לאס אנדזשעלעס – די אמעריקאנער קאנסומער פראדוקטן ריז "דזשאנסאן און דזשאנסאן" האט געפייערט זיג נאכדעם וואס א ריכטער אין קאליפארניע האט ארויסגעווארפן אן אורטייל קעגן דער פירמע, זאגנדיג אז זי מוז נישט באצאלן שטראף געלטער איבער זייער טאַלקאָם פּאָודער. די פירמע איז פארמישט אין די לעצטערע יארן אין פילע אנקלאגעס איבער איר טאלקאם פאודער, נאכדעם וואס מ'האט געהערט פון פילע וואס זענען ליידער אנגעשטעקט געווארן מיט דער ביטערער מחלה נאכ׳ן נוצן די פאודער. דזשוריס אין דריי באזונדערע קעיסעס האבן געאורטיילט אז די פירמע דארף באצאלן 197 מיליאן דאלאר, און אין קאליפארניע האט א ריכטער געהאט געאורטיילט אז א פרוי וואס האט געקלאגט די פירמע, איז בארעכטיגט צו באקומען 417 מיליאן דאלאר, אבער יעצט האט א צווייטער ריכטער געזאגט אז דער אורטייל איז נישט גערעכט און די פירמע דארף גארנישט באצאלן. א ווארטזאגער פאר דער פירמע האט אנגעוויזן אז זי האט שוין געוואונען אפאר קעיסעס איבער די פאודער.

בילד: דזשאנסאן און דזשאנסאן זיגט אין געריכט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל