דמשק – די רוסישע רעגירונג האט נעכטן וועטאאירט אן אמעריקאנער-געפירטע רעזאלוציע אינעם יו-ען, וועלכע וואלט פארלענגערט די מיסיע פון ספעציעלע כעמישע וואפן אינספעקטארס אין סיריע. די אינספעקטארס זענען געשטעלט געווארן דורכ'ן יו-ען מיט א צייט צוריק, מיט'ן ציל צו דערגיין ווער עס איז פאראנטווארטליך פאר א סעריע טויטליכע כעמישע וואפן אטאקעס אין סיריע, אריינגערעכנט די אפריל 4 אטאקע אין שטאט קוהאן שעיקון, פון וועלכער העכער ניינציג זענען אומגעקומען. רוסלאנד איז אן אפטער קריטיקירער פון די סיריע אינספעקטארס, און האט עס שוין אפאר מאל בלאקירט פון טאן פארשידענע זאכן. יעצט האט רוסלאנד געזאגט אז זי וויל אפשטופן די רעזאלוציע צו פארלענגערן די אינספעקטארס' מיסיע, ווייל זי וויל ווארטן ביז נאך אקטאבער 26, ווען די אינספעקטארס וועלן ארויסגעבן זייער באריכט איבער דער קוהאן שעיקון אטאקע, אבער אונטער אמעריקע'ס דרוק, האט דער יו-ען נישט אפגעשטופט די רעזאלוציע, וואס האט געברענגט אז רוסלאנד זאל שטימען קעגן פארלענגערן די מיסיע. אמעריקע'ס יו-ען אמבאסאדאר ניקי העילי האט אין א סטעיטמענט געזאגט, אז דאס איז די 9'טע מאל וואס רוסלאנד באשיצט דעם אסאד רעזשים אין די יו-ען.

בילד: רוסלאנד בלאקירט סיריע כעמישע וואפן אינספעקטארס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל