דזשאקארטא – די רעגירונג אין אינדאנעזיע האט אויסגעדרוקט גרויס אויפברויז, נאכדעם וואס דער הויפט גענעראל פון זייער מיליטער איז נישט אריינגעלאזט געווארן פאר א באזוך אין די פאראייניגטע שטאטן. גענעראל גאטוט נורמאנטיא איז געווען אינעם לופטפעלד אין דזשאקארטא, אינדאנעזיע'ס הויפטשטאט, וועלנדיג פארן קיין וואשינגטאן צו באזוכן דעם אמעריקאנער גענעראל דזשאוסעף דאנפארד וועלכער האט אים איינגעלאדנט פאר א ספעציעלן קאנפערענץ איבער קאנטער-טעראריזם, אבער ביים זיך גרייטן אויפצושטייגן אויפ'ן פליגער, האבן אים די לופטליניע באאמטע אינפארמירט אז די אמעריקאנער קאסטומס און גרעניץ אויטאריטעטן האבן באשלאסן אים נישט אריינצולאזן אין אמעריקע. די אינדאנעזיער רעגירונג האט צו ערשט געזאגט אז האט זי נישט באקומען קיין שום ערקלערונג פארוואס גענעראל נורמאנטיא איז נישט אריינגעלאזט געווארן קיין אמעריקע, צולייגנדיג אז ווען ער איז געקומען אין וואשינגטאן אום פעברואר יאר 16', האבן די קאסטומס אגענטן נישט געמאכט קיין שום פראבלעמען און אים געהעריג אריינגעלאזט. אינדאנעזיע זאגט אז זי פלאנירט צו שיקן אן אפיציעלן "קאמפלעינט" צו סעקרעטערי אוו סטעיט, רעקס טילערסאן, און רופן דעם אמעריקאנער אמבאסאדאר אין דזשאקארטא פאר א זיצונג.

אפדעיט:
ערין מעקקי, די צווייט-ראנקיגער אמעריקאנער דיפלאמאטקע אין אינדאנעזיע האט אַרויסגעבן א אפיציעלע אנטשולדיגונג צו די אינדאנעזיער אויסערן מיניסטאר רעטנא מארסודי.

בילד: אינדאנעזיע ברויזט איבער גענעראל'ס בלאקאדע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל