רייען קלעיטאן, א פאליטישע אקטיוויסט אין פארשידענע גרופעס וואס קאמפיינען פאר די אימפיעטשמענט פון פרעזידענט טראמפ האט באוויזן צו באקומען פרעסע צוטריט אינעווייניגע אין קעפיטל היל און ווען דער פרעזידענט איז אנגעקומען היינט פאר א מיטאג מיט די לעגיססלאטארן האט ער געווארפן אויפ׳ן פרעזידענט קליינע רוסישע פענער און אים באשריגן פאררעטער און גערופן פאר זיין רעזיגנאציע. קלעיטאן איז באלד פארהאלטן געווארן און ארויסגעפירט געווארן דורך די פאליציי פון די געביידע. די קעפיטאל היל פאליציי האט געזאגט אז זיי וועלן עפענען א אויספארשונג וויאזוי ער האט זיך געקענט אריינבאקומען אזוי נאנט צום פרעזידענט אן דעם וואס מען האט אונטערזוכט זיינע טאשן.

בילד: פראטעסטירער ווארפט רוסישע פענער אויף פרעזידענט טראמפ

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל